| קטלא קניא אַ טאָג אַ מלאך, אַ טאָג אַ גלח - יהי רצון ס'זאָל זײַן תמיד אַ געלעכטער | ||
10/2004 ומפּני חטאינו ומפּני חטאינו גלינו מארצינו...
נכתב על ידי , 12/10/2004 00:51 קישור ישיר שתף המלץ אַ מעלדונג טײַערע פֿרײַנד,
אַ גוט װינטער אײַך אַלע!
אַזױ װי איר װײסט אַװדאי זענען מיר לעצטענס געגאַנגן אָפּרעכטן גלות און מיר האָבן זיך איבערגעקליבן צו בלאָגער. ברם דא עקא אַז בײַ בלאָגער איז נישט דאָ דער פֿאַסיליטעט צו מעלדן יעדער מאָל װאָס מיר זענען עפּעס מחדש.
על כּן אזרתי חיל און איך האָב אױפֿגעשטעלט אַ חבורה װאָס איז מוקדש צו מעלדן אַז נתנה תורה און קומט הערן. איך שלאָג פֿאָר אַז איך זאָל איבערפֿירן אַלע אַבאָנירטע על כּנפֿי נשרים צום נײַעם חבורה. והיה אַז מיר װעלן עפּעס אױפֿשרײַבן װעלן מיר אױסקלאַפּן אין דער חבורה אַז הדת נתנה און ס'װעט זיך הערן מסוף העולם ועד סופֿו.
דערפֿאַר אַז בימים הקרובים װעט איר באַקומן אַ מעלדונג פֿון גוגל אַז מען האָט אײַך אַבאָנירט װעט איר באַלד פֿאַרשטײן במה דברים אמורים. איך חזר איבער אַז דער חבורה איז בלױז פֿאַר דעם צװעק ומכלל הן אתה שומע לאו. נכתב על ידי , 12/10/2004 01:20 קישור ישיר שתף המלץ | ||
| 63,129 |
|
©
הזכויות לתכנים בעמוד זה שייכות לקטלא קניא אלא אם צויין אחרת
האחריות לתכנים בעמוד זה חלה על קטלא קניא ועליו/ה בלבד כל הזכויות שמורות 2010 © נענע 10 בע"מ |